Lyrics

אנשים כמלאכים די פשוט'ע אנכי עמכם וואס זענען מיט די העכערע דרכים למעלה מעשרה טפחים קיין גביר, קיין רב, קיין חכם אנטלויפט פון לויב און שבחים א דוגמא פון בני מלכים אשר בחר בכם געזען האב איך א איד וואס וויל אן אתרוג זיך פארזארגן ער קומט צו צו מיר און פרעגט אויב געלט איך קען אים בארגן איך גיב אים הונדערט דאלער אזוי זאגנדיג קויף דיר אן אתרוג פאר יום-טוב דיר א גליק צוויי שעה גייט אריבער, ער קלאפט מיר אויפ'ן טיר צוויי א האלב דאלער, ער קערט צוריק פאר מיר געגעבן האסט מיר הונדערט, אן אתרוג זאל מיר זיין דא האסטו די רעשטע ווייל דאס איז שוין נישט מיין א צווייטער איד דערציילט ביי מיין טאטע אין געשעפט א גנב מיט א מעסער נעמט דארט וואס ער טרעפט צירונגען, דימאנטן, אויף 47 סטריט יענע נאכט קלינגט אים א פרעמדער, רייכער איד איך האב געטון א שידוך גיב מיר וואס דו האסט גענומען וואס ס'איז דא און א טשעק איבערגעלאזט מיין טאטע כאפט זיך שפעטער קיין קינדער יענער האט געוואלט נאר אים מפרנס זיין בדרך כבוד אנשים כמלאכים די פשוט'ע אנכי עמכם וואס זענען מיט די העכערע דרכים למעלה מעשרה טפחים קיין גביר, קיין רב, קיין חכם אנטלויפט פון לויב און שבחים א דוגמא פון בני מלכים אשר בחר בכם אין מיין געשעפט פון זילבער קומט א איד פון גאס ער ווייזט מיר אויף א לייכטער און פרעגט מיר אויף די פרייז געווען איז דארט פארנומען איך האב ניטאמאל געקוקט "עהה פינף-טויזנט דאללער" איך ענטפער שנעל צוריק ער לייגט אראפ דאס געלט און זאגט צו מיר איך נעם עס איך וויל עס אים איינפאַקן און איך זעה דעם אמת די לייכטער איז דאך ווערד צוואנציג-טויזנט מער איך גיב עס אהין, כאטש ביטער שווער א ווארט איז א ווארט, די טעות איז אויף מיר די נעקסטע אינדערפרי אבער, דער קונה ווארט ביים טיר נעכטן ביים פארקויפן די לייכטער פונעם שענקל האב איך באמערקט אויף דיר א קליינע קווענקל א טעות מיט דער פרייז? איך באצאל דיר שוין זאפארט איך שריי אבער ניין, מיין ווארט איז א ווארט דער קונה שרייט 'איך וויל געבן' דער מוכר שרייט 'איך וויל נישט נעמען' דער שרייט 'נעם', און דער שרייט 'ניין' דער שרייט 'יא', און דער שרייט 'ניין' צו קען דער איינער שאצן וועלכע פון די צוויי 'קליינע' זענען גרעסער? מחלוקת אזעלכע מאכט די וועלט פיל בעסער אנשים כמלאכים די פשוט'ע אנכי עמכם וואס זענען מיט די העכערע דרכים למעלה מעשרה טפחים קיין גביר, קיין רב, קיין חכם אנטלויפט פון לויב און שבחים א דוגמא פון בני מלכים אשר בחר בכם איך מוטשע זיך שוין וואכן, נישט טרעפנדיג קיין דזשאב איך בין ביטערליך פארשעמט און איך רעד איין פאר מיין ווייב איך ארבעט דארט און דארט אזויפיל געלט מען מאכט ארויס בין איך צופרי און אהיים בין איך ביינאכט אריבער א וואך צוויי ס'דארף אנהייבן שטימען זי פרעגט ווי קען זיין? קיין טשעק איז נישט געקומען איך שטעל אן א פנים ווי איך ווייס אויך נישט פארוואס זי הייבט אויף א טעלעפאן און רופט אן מיין בעל הבית איך הייס אזוי און אזוי מיין מאן ארבעט ביי אייך באצאלט אבער האט איר אים נאכנישט פאר זיין פאך ער זאגט "איך פארשטיי נישט, איך ווייס נישט וואס איר רעדט" פאררעכטן דעם טעות שוין יעצט מ'וועט! ער ארבעט זייער פיין, איר האט א גוטן מאן איך שיק שוין ארויס דעם טשעק, באזארגט זאלט איר נישט זיין אפאר שעה שפעטער זעה איך ווי ער קלינגט מיר אריין ער לאזט מיר א מעסעדזש "די פאזיציע איז דיין" (אנשים כמלאכים) אנשים כמלאכים (די פשוט'ע אנכי עמכם) די פשוט'ע אנכי עמכם (וואס זענען מיט די העכערע דרכים) וואס זענען מיט די העכערע דרכים (למעלה מעשרה טפחים) עשרה טפחים אה, וואס פאר א כלל ישראל (אנשים כמלאכים אשר בחר בכם)
Lyrics powered by www.musixmatch.com
instagramSharePathic_arrow_out